װיקיפּעדיע
yiwiki
https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%95%D7%99%D7%A4%D7%98_%D7%96%D7%99%D7%99%D7%98
MediaWiki 1.44.0-wmf.8
first-letter
מעדיע
באַזונדער
רעדן
באַניצער
באַניצער רעדן
װיקיפּעדיע
װיקיפּעדיע רעדן
טעקע
טעקע רעדן
מעדיעװיקי
מעדיעװיקי רעדן
מוסטער
מוסטער רעדן
הילף
הילף רעדן
קאַטעגאָריע
קאַטעגאָריע רעדן
פארטאל
פארטאל רעדן
TimedText
TimedText talk
יחידה
שיחת יחידה
עזריאל טויבער
0
7104
596407
594916
2024-12-24T10:44:16Z
Teyakov
51545
596407
wikitext
text/x-wiki
[[בילד:R.Tauber.jpg|left]]
ר' '''עזריאל טויבער''' (תרצ"ח - י"ד ניסן תשע"ט) איז געווען אן עסקן אין [[מאנסי]] וואס איז שטארק עוסק אין קירוב. ער האט געגרינדעט די [[שלהבת]] ארגאניזאציע צוזאמען מיט רבי [[שמשון פינקוס]] צו בויען אידישקייט איבער דער וועלט דורך מאכן [[בעלי תשובה]]. ער האט געפירט שבתים סיי אויף אידיש סיי אויף ענגליש. אויך פלעגט ער טאהן אין שלום בייעס, מדריך זיין פארפעלקער אין זאגן שיעורים אין די פילד. אזוי איז באקנט זיינע הדרכה טעפס.
== ביאגראפיע ==
ער איז געווען דער עלטסטער ברודער פון [[אבא חייא טויבער]]. ער איז געווען אמאל א גרויסער מיליאנער פון דיאמאנטן אין נאכדעם אומבאוועגלעכע גיטער. אבער האט זיך אריינגעלאזט אין עסקנות צו בויען אידישקייט און האט אלץ פארלוירן און אנגעזעצט, היינט איז ער שוין נישט דער גרויסער גביר.
ער האט אנגעהויבן זיין קאריערע פון עסקנות און פילאנטראפיע אין מוסדת [[וויזשניץ (הויף)|וויזשניץ]] [[מאנסי]], דערנאך איז ער געווארן גרויס אין [[סקווירא]], ער איז געפלויגן פון ביידע פלעצער ווען ער האט צופיל איינגעטיילט פאר די [[אדמורי"ם]], און ער האט גענומען זיין עשירות אויפצובויען אייגענע מוסדות, אונטערן נאמען [[מכון להוראה]] האט ער געגרינדעט א [[ישיבה]] און [[כולל]]. דער כולל איז היינט צוטאגס אן אנערקענטער [[בית דין]] אין מאנסי אונטער דער אנפירערשאפט פון זיין אינגסטער ברודער ר' [[יחיאל טויבער]]. און די ישיבה איז געגאנגען צום מנהל ר' אשר זעליג גרינבערגער ז"ל אין מאנסי. מיט איר נייעם נאמען [[שערי אפרים]] אויפן נאמען פון ר' אפרים אשרי ז"ל דער רב פון בית המדרש הגדול וואס ער איז דער שווער פון גרינבערגער.
אבער זיין איין איינציגער מפעל [[שלהבת]] שטייט נאך דאס האט ער געגרינדעט צו בויען אידישקייט איבער די וועלט דורך מאכן [[בעלי תשובה]].
שלהבת האט א בית המדרש אין [[מאנסי]], און ארגאנאזירט שבתון'ס איבעראל.
ער האט געשריבן פיל ספרים אויף דער ענגלישער שפראך אויפן סטיל פון זיין רבי ר' [[מיכאל בער ווייסמאנדל]] און באזירט אויפן [[מהר"ל פון פראג|מהר״ל מפראג]], דאס איז שוין איבערגעטייטשט אויף פילע שפראכן, און דאס צינד כסדר אונטער אסאך אידן דורכאויס די וועלט צו אידישקייט.
היינט איז ארויסגעקומען שוין מער ווי זעקס בענדער פין אלע מינע השקפה ספרים אין לשה"ק, און עס איז
אזוי אויפגעכאפט אז מען האט עטליכע פון די ספרים שוין איבער געדריקט.
היינט צוטאגס איז ער פארנומען ארום צו שפרייזן אין אלע מקומות הנדחים אוואו עס געפינען זיך נאר אפ א קבוצה אידן, איבערהויפט אין ארץ ישראל זיי צו מקרב זיין צו תורה ומצוות, ער איז א פייערדיגער רעדנער וואס קען רעדן זעקס זיבן שעה און א ציה און האלטן צוגעשמידט דעם עולם צוהערער מיט דראמאטישע עמאצינאלע מעשיות און משלים מיט פלאם פייערדיגע רעיונות.
זיין איידעם איז הרב ר' [[יצחק אלעזר מאסקאוויטש]] פון מאנסי. און האט א שטוב מיט קינדער אלעס שוין חתונה געמאכט וואס זענען רבנים און גרויסע גבירים.
ר' עזריאל איז קודם געווען אין [[סקווירא]], שפעטער איז ער אנגעקומען קיין מאנסי, למעשה איז ער פיל עוסק אין קירוב רחוקים, ווי אויך אין קירוב קרובים, ווי ער איז מקרב צובראכענע נשמות צו אידישקייט, ער באווייזט אותות ומפותים אין דעם פעלד, בעיקר מיט זיינע שבתים אויף אידיש און אויף ענגליש.
ר' עזריאל איז נפטר געווארן י"ד ניסן תשע"ט אין עלטער פון 81 יאר, נאכן זיך מיטשענען מיט די ביטערע מחלה.
== וועבלינקען==
* זיינע ספרים [http://www.judaism.com/authors.asp?author=ezriel%20tauber] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20070312025546/http://www.judaism.com/authors.asp?author=ezriel%20tauber |date=2007-03-12 }}
* זיינע דרשות אויף [[אור שמח]] וועבארט [http://ohr.edu/tapes/speaker.php?id=78]
* דרשות אויף [[אש התורה]] וועב סייט. [http://www.aishaudio.com/ssi/aish/speaker/rabbi-ezriel-tauber.php] {{Webarchive|url=https://web.archive.org/web/20060425203959/http://www.aishaudio.com/ssi/aish/speaker/rabbi-ezriel-tauber.php |date=2006-04-25 }}
{{קירוב}}
{{גרונטסארטיר:טויבער, עזריאל}}
[[קאטעגאריע:קירוב]]
[[קאטעגאריע:רעדנער]]
mkhih64yt5mgaosm46axn8pdvqur6kv
בזשאָרק
0
54520
596404
2024-12-24T00:15:29Z
Altav100
52692
געשאפן דורך איבערזעצן דעם בלאט "[[:en:Special:Redirect/revision/1264807061|Björk]]"
596404
wikitext
text/x-wiki
בזשאָרק איז זינגערין פֿון איסלאַנד
[[קאַטעגאָריע:דאנס זינגערס]]
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]]
df5s2wh9247d9uqfdmmj3mgim11bdlc
596406
596404
2024-12-24T00:29:36Z
Altav100
52692
געשאפן דורך איבערזעצן דעם בלאט "[[:en:Special:Redirect/revision/1264807061|Björk]]"
596406
wikitext
text/x-wiki
בזשאָרק איז זינגערין פֿון איסלאַנד
{{אישיות
| נאמען = Björk
| מדינה = איסלאנד
| געבורט דאטע = 21 נאוועמבער 1965
| בילד = Bjork Orkestral Paris (cropped).png
| געבורט ארט = רעקיאוויק, איסלאנד
| פאך = זינגערין
| וועבזייטל = https://www.bjork.com/
}}
[[קאַטעגאָריע:דאנס זינגערס]]
[[קאַטעגאָריע:לעבעדיגע מענטשן]]
iv571590hj4fy44g2mcnb2ukcjoj3v2
באַניצער:Altav100
2
54521
596405
2024-12-24T00:18:35Z
Altav100
52692
ליידיגן בלאט געשאפן
596405
wikitext
text/x-wiki
phoiac9h4m842xq45sp7s6u21eteeq1